The Klezmatics - Ovnt lid lyrics

Published

0 124 0

The Klezmatics - Ovnt lid lyrics

שטילער אָוונט טונקל-גאָלד איך זיץ בייַם גלעזל ווייַן וואַס איז געוואָרן פון מייַן טאָג א שאָטן און אַ שייַן זאָל כטאָטש אַ רעגע טונקל-גאָלד אין מייַן ליד אין מייַן ליד אַרייַן שטילער אָוונט, טונקל-גאָלד אַן אַלטער גרויער ייד דאַוונט פרום אַוועק דעם שטויבּ פון דעם יאָר-יאַריד זאָל כאָטש אַ מורמל פון דעם ייד אַרייַן צו מיר אין אַרייַן צו מיר אין ליד שטילער אָוונט, טונקל-גאָלד ווינט ווייט אויס וועלט אייַן מייַן טרויער וואַס געוועזן וואַך שלאָפט ווי אַ הינטל אייַן זאָל כאָטש אַן אָטעם פון דעם שלאָף אין ליד צו מיר אין ליד צו מיר אריין שטילער אָוונט, טונקל-גאָלד א זומער-פויגל פליט מיט פליגל זייַנע גראָ און גאָלד אַוועק אין גייט-באַוויט זאָל כאָטש אַ ציטער פון זייַן פלי אַרייַן צו מיר אין אַרייַן צו מיר אין ליד זאָל כטאָטש אַ רעגע טונקל-גאָלד אין מייַן ליד אין מייַן ליד אַרייַן