The Klezmatics - Mayn shvester Khaye lyrics

Published

0 120 0

The Klezmatics - Mayn shvester Khaye lyrics

מייַן שוועסטער חייַה מיט די גרינע אויגן מייַן שוועסטער חייַה מיט די שוואַרצע צעפּ די שוועסטער חייַה, וואס האט מיך דערצויגן אויף סמאָטשע-גאַס, אין הויז מיל קרומע טרעפּ די מאַמע איז אַוועק פון שטוב באַגינען ווען אויפן הימל האט ערשט קוים געהעלט זי איז אַוועק אין קראָם אַרייַן פאַרדינען דאס בּידנע-דראָבּנע גראָשעדיקע געלט און חייַה איז געבּליבּן מיט די בּרידער און זי האט זיי געקאָרמעט און געהיט און זי פלעגט זינגען זיי די שיינע לידער פאר נאכ׳ל ווען קליינע קינדער ווערן מיד מייַן שוועסטער חייַה מיט די גרינע אויגן מייַן שוועסטער חייַה מיט די לאַנגע האָר די שוועסטער חייַה, וואס האט מיך דערצויגן איז נאָך ניש אלט געווען קיין צענדלינג יאָר זי האט גערוימט, געקאָכט, דערלאַנגט דאס עסן זי האט געצוואָגן אונדז די קליינע קעפּ נאר שפּילן זיך מיט אונדז האט זי פאַרגעסן די שוועסטער חייַה מיט די שוואַרצע צעפּ מייַן שוועסטער חייַה מיט די אויגן גרינע א דייַטש האט אין טרעבלינקע זי פאַרבּרענט און איך בּין אין דער אידישע מדינה דער סאמע לעטסטער, וואס האט זי געקענט פאר איר שרייבּ איך אויך אידיש מיינע לידער אין טעג די שרעקלעכע פון אונדזער צייַט בּיי גאט אַליין איז זי א בּת־יחידה אין הימל זיצט זי בּיי זייַן רעכטער זייַט פאר איר שרייבּ איך אויך אידיש מיינע לידער אין טעג די שרעקלעכע פון אונדזער צייַט בּיי גאט אַליין איז זי א בּת־יחידה אין הימל זיצט זי בּיי זייַן רעכטער זייַט