The Klezmatics - Di zun vet aruntergeyn lyrics

Published

0 72 0

The Klezmatics - Di zun vet aruntergeyn lyrics

די זון װעט אַרונטערגײן הינטערן באַרג װעט קומען אַ שטילע די ליבע צו גײן װעט קומען אַ שטילע די ליבע צו גײן צום אומעט װאָס זיטסט אױף אַ גאָלדענעם שטײן און װײנט פֿאַר זיך אײנעם אַלײן די זון װעט אַרונטערגײן הינטערן באַרג װעט קומען די גאָלדענע פּאַװע צו פֿליִען װעט קומען די גאָלדענע פּאַװע צו פֿליִען און מיטנעמען װעט זי אונדז אַלע אַהין אַהין װוֹ די בענקשאַפֿט װעט ציִען די זון װעט אַרונטערגײן הינטערן באַרג װעט קומען די נאַכט און װעט זינגען ליו-ליו װעט קומען די נאַכט און װעט זינגען ליו-ליו אַריבער די אױגן װאָס פֿאַלן שױן צו צו שלאָפֿן אין אײביקער רו